24 און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן. 25 נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס. 26 די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא-פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער. 27 און ער האט צו איר געזאגט: לאז צוערשט די קינדער זאט ווערן; ווארום עס איז נישט שיין צו נעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס ווארפן פאר די הינטלעך! 28 זי אבער האט געענטפערט און זאגט צו אים: יא, האר; אפילו די הינטלעך אונטערן טיש עסן פון די ברעקלעך פון די קינדער! 29 און ער האט געזאגט צו איר: צוליב דעם דאזיקן ווארט גיי דיר; דער בייזער גייסט איז שוין ארויס פון דיין טאכטער. 30 און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען.