31 און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען פון די גרענעצן פון צור, און איז געגאנגען דורך צידון צום ים פון גליל, אינמיטן פון די גרענעצן פון די צען שטעט. 32 און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט. 33 און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג; 34 און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף! 35 און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט. 36 און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט. 37 און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן!