9 און האט צו זיי געזאגט: פיין מאכט איר בטל ה׳ס געבאט, כדי איר זאלט האלטן אייער מסורה. 10 ווארום משה האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער, און דער, וואס פלוכט פאטער אדער מוטער, זאל געטייט ווערן. (שמות כ, יב; כא, יז.) 11 איר אבער זאגט: אויב א מענטש וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: קרבן, דאס הייסט א מתנה צו ה׳, זאל זיין דאס וואס דו דארפסט פון מיר נהנה זיין; 12 לאזט איר אים שוין גארנישט מער טאן פאר דעם פאטער אדער פאר דער מוטער; 13 איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר.