Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 8

1 אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי: 2 עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן; 3 און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט. 4 און זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט: פונוואנען וועט מען דא אין דער מדבר קענען זעטיקן די דאזיקע מיט ברויט? 5 און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן. 6 און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן. 7 און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן. 8 און זיי האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און האבן אויפגעהויבן, פון די איבערגעבליבענע ברעקלעך, זיבן קערב. 9 און עס זענען געווען אן ערך פיר טויזנט; און ער האט זיי אוועקגעשיקט.

Veja também