Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 9

17 און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט; 18 און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט. 19 ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! 20 און זיי האבן אים געברענגט צו אים; און ווי ער האט אים דערזען, האט דער גייסט אים גלייך א ריס געטאן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, האט זיך געוואלגערט, שוימענדיק פארן מויל, 21 און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן; 22 און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז! 23 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט. 24 גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן! 25 און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים! 26 און ער האט א געשריי געטאן, און האט אים זייער פיל געריסן, און איז ארויסגעגאנגען; און ער איז געווארן ווי טויט, אז א רבים האבן געזאגט, אז ער איז געשטארבן! 27 יהושע/ישוע אבער האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אים אויפגעהויבן; און ער האט זיך אויפגעשטעלט.

Veja também