19 יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין. 20 און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.