20 און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. 21 און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד. 22 און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
23 זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,
און געבוירן א זון,
און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,
(ישעיהו ז, יד.)
וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. 24 און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג-ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; 25 און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.