22 און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
23 זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,
און געבוירן א זון,
און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,
(ישעיהו ז, יד.)
וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. 24 און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג-ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; 25 און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.