Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 12

10 און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן. 11 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וועלכער איז דער מענטש צווישן אייך, וואס וועט האבן איין שאף, און אויב די דאזיקע וועט שבת אריינפאלן אין א גרוב, וועט ער זי דען נישט אנכאפן, און ארויסשלעפן? 12 און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס. 13 דעמאלט זאגט ער צו דעם מענטשן: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט ווי די אנדערע.

Veja também