13 דערפאר רעד איך צו זיי אין משלים; ווייל זיי קוקן און זען דאך נישט, און הערן און הערן דאך נישט, און פארשטייען אויך נישט. 14 און אויף זיי ווערט דערפילט ישעיהוס נבואה, וואס זאגט:
מיט די אויערן וועט איר הערן, און נישט פארשטיין,
און קוקנדיק וועט איר קוקן, און דאך נישט זען!
15 מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק,
און מיט די אויערן הערן זיי שווער,
און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט;
טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן,
און מיט די אויערן געהערט,
און מיטן הארצן פארשטאנען,
און זיך אומגעקערט,
און איך וואלט זיי געהיילט.
(ישעיהו ו, ט-י.)