Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 13

24 אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד. 25 און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען. 26 און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן. 27 און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט? 28 ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן? 29 זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ. 30 לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.

Veja também