3 און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען; 4 און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען. 5 אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד; 6 ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן. 7 און אן אנדער ביסל איז געפאלן צווישן די דערנער; און די דערנער זענען אויפגעוואקסן, און האבן עס דערשטיקט. 8 אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק. 9 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!