Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 13

36 דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד. 37 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס זייט דעם גוטן זאמען, איז דער בר אנש; 38 און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן; 39 און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים. 40 דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט. 41 דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות, 42 און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. 43 דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן.

Veja também