Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 13

47 ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים. 48 וואס, ווען זי איז געווארן פול, האט מען זי ארויסגעצויגן אויפן ברעג, און מען האט זיך אנידערגעזעצט, און געזאמלט די גוטע מינים אין געפעסן אריין, די שלעכטע אבער האט מען אוועקגעווארפן. 49 אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים, 50 און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.

Veja também