Pular para o conteúdo
Publicidade

מתתיהו 14

22 און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן. 23 און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין. 24 דאס שיפל אבער איז שוין געווען א סך מיילן פון דער יבשה, הארט געשטויסן פון די כוואליעס; מחמת דער ווינט איז געווען אנטקייגן. 25 און אין דעם פערטן משמר פון דער נאכט איז ער געקומען צו זיי, גייענדיק אויפן ים. 26 און ווי די תלמידים האבן אים דערזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי זיך דערשראקן, און געזאגט: עס איז א געשפענסט! און האבן געשריגן אויס מורא. 27 יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא! 28 פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: האר, אויב דו ביסט עס, באפעל מיך קומען צו דיר אויפן וואסער! 29 און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען. 30 און ווי ער האט געזען דעם שטארקן ווינט, האט ער זיך דערשראקן, און אנהויבנדיק זיך צו טרענקען, האט ער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע מיך! 31 און יהושע/ישוע האט גלייך אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט אים אנגעכאפט, און זאגט צו אים: דו קליינגלויביקער, פארוואס האסטו געצווייפלט? 32 און ווען זיי זענען איינגעשטיגן אין שיפל, האט דער ווינט אויפגעהערט. 33 און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!

Veja também