Pular para o conteúdo
Publicidade

מתתיהו 15

3 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אויך עובר ה׳ס געבאט צוליב אייער מסורה? 4 מחמת ה׳ האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! און: ווער עס פלוכט פאטער אדער מוטער, דער זאל געטייט ווערן. 5 און איר זאגט: ווער עס וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: דאס איז א קרבן, וואס דו וואלסט פון מיר געקענט נהנה זיין, 6 דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה. 7 איר צבועקעס! וואויל האט ישעיה אויף אייך נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:

8 דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן;

אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר.

9 אומזיסט איז זייער יראה פאר מיר,

ווייל זיי לערנען ווי מצוות מענטשלעכע לערעס.

(ישעיהו כט, יג.)

Veja também