Pular para o conteúdo
Publicidade

מתתיהו 15

32 און יהושע/ישוע האט צו זיך גערופן זיינע תלמידים, און געזאגט: איך בין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, ווייל זיי זענען שוין דריי טעג מיט מיר און האבן נישט וואס צו עסן; און איך וויל נישט זיי אוועקשיקן פאסטנדיק, טאמער וועלן זיי אויסגיין אויפן וועג. 33 און די תלמידים זאגן צו אים: פונוואנען זאלן מיר נעמען אין דער מדבר אזויפיל ברויט, אזש צו זעטיקן אזא מאסע מענטשן? 34 און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: וויפל לעבלעך ברויט האט איר? און זיי האבן געזאגט: זיבן, און אייניקע קליינע פישלעך. 35 און ער האט באפוילן דעם המון זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; 36 און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. 37 און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך האט מען אויפגעהויבן, זיבן גרויסע קערב. 38 און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען פיר טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também