Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 16

5 און די תלמידים זענען אריבערגעקומען אויף יענער זייט ים און האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט. 6 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. 7 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט. 8 און ווען יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, האט ער געזאגט: אָ איר קליינגלויביקע, וואס רעדט איר צווישן זיך, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? 9 פארשטייט איר נאך נישט, און געדענקט איר נישט די (פארברענגען מיט) פינף ברויט פון די פינף טויזנט, און וויפל קערב איר האט אויפגעהויבן? 10 אויך נישט די זיבן ברויט פאר די פיר טויזנט, און וויפל גרויסע (רביס שיריים) קערב איר האט אויפגעהויבן? 11 ווי קומט עס, וואס איר פארשטייט נישט, אז איך האב נישט גערעדט צו אייך פון ברויט? היט אייך אבער פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. 12 דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים.

Veja também