1 און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און זיין ברודער יוחנן, און פירט זיי אליין ארויף אויף א הויכן בארג. 2 און ער איז פארענדערט געווארן פאר זיי, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זון, און זיינע מלבושים זענען געווארן ווייס ווי דאס ליכט. 3 און זע, משה און אליהו האבן זיך באוויזן צו זיי, רעדנדיק מיט אים. 4 און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין! אויב דו ווילסט, וועל איך דא מאכן דריי געצעלטן; איינס פאר דיר, און איינס פאר משהן, און איינס פאר אליהו. 5 און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!