24 און ווען זיי זענען געקומען קיין כפר-נחום, זענען די איינמאנער פון דעם האלבן שקל צוגעקומען צו פעטרוסן, און געזאגט: אייער רבי צאלט נישט דעם האלבן שקל? 25 זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע? 26 און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי! 27 נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.