Publicidade

Mateus 18

15 ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין. 16 וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן. 17 און אויב ער וועט זיי נישט הערן, זאג עס צו דער קהלה. ווען אבער ער וויל די קהלה אויך נישט הערן, זאל ער זיין פאר דיר ווי א גוי און דער שטייער אויפמאנער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-