21 דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל? 22 זאגט יהושע/ישוע צו אים: איך זאג דיר נישט, ביז צום זיבעטן מאל; נאר, ביז צום זיבעציקסטן מאל זיבעטן מאל! 23 דערפאר איז דאס מלכות השמים געגליכן צו א מלך, וואס האט געוואלט מאכן א חשבון מיט זיינע קנעכט. 24 און ווי ער האט אנגעהויבן צו רעכענען, האט מען געברענגט פאר אים איינעם, וועלכער איז שולדיק געווען צען טויזנט טאלאנטן. 25 און ווייל ער האט נישט געהאט צו באצאלן, האט זיין האר באפוילן, אז מען זאל אים פארקויפן מיט זיין ווייב און קינדער און אלץ, וואס ער האט, און עס זאל באצאלט ווערן. 26 דאן איז דער קנעכט אנידערגעפאלן און האט זיך געבוקט צו אים, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר אלץ באצאלן! 27 און דער האר פון יענעם קנעכט האט זיך דערבארמט אויף אים, און האט אים געלאזט גיין, און אים מוחל געווען דעם חוב. 28 ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק! 29 דאן איז זיין מיטקנעכט אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר באצאלן! 30 ער אבער האט נישט געוואלט, נאר איז אוועקגעגאנגען און האט אים אריינגעווארפן אין תפיסה, ביז ער וועט האבן באצאלט, וואס ער איז שולדיק געווען. 31 דעריבער ווען זיינע מיטקנעכט האבן געזען, וואס דא איז געשען, האבן זיי זיך שטארק מצער געווען, און זענען געקומען און דערציילט זייער האר אלץ, וואס האט פאסירט. 32 דעמאלט האט זיין האר אים גערופן צו זיך, און זאגט צו אים: דו געמיינער קנעכט! יענעם גאנצן חוב האב איך דיר פארגעבן, ווייל דו האסט מיך געבעטן; 33 האסטו דען נישט אויך געדארפט רחמנות האבן אויף דיין מיטקנעכט, ווי איך האב אויף דיר רחמנות געהאט? 34 און זיין האר איז צארנדיק געווארן, און האט אים איבערגעגעבן צו די פייניקער, ביז ער וועט באצאלן אלץ, וואס ער איז אים שולדיק. 35 פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.