Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 2

3 און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים. 4 און איינזאמלענדיק אלע הויפט כהנים און סופרים פונם פאלק, האט ער זיי געפרעגט, וואו דער משיח דארף געבוירן ווערן. 5 און זיי האבן צו אים געזאגט: אין בית-לחם יהודה; מחמת אזוי איז געשריבן געווארן דורך דעם נביא.

6 און דו בית-לחם, לאנד יהודה,

ביסט בשום אופן נישט דאס קלענסטע

צווישן די פרינצן פון יהודה;

מחמת פון דיר וועט ארויסקומען א מושל,

וואס וועט פיטערן מיין פאלק ישראל!

(מיכה ה, ב.)

7 דערנאך האט הורדוס שטילערהייט גערופן די שטערנזעער, און גרינטלעך אויסגעפארשט ביי זיי די צייט, ווען דער שטערן האט זיך באוויזן. 8 און ער האט זיי געשיקט קיין בית-לחם, און געזאגט: גייט און פארשט נאך גענוי וועגן דעם קינד; און ווען איר וועט עס געפינען, דערציילט מיר, כדי איך זאל אויך קומען און מיך בוקן צו אים.

Veja também