Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 20

1 ווייל דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, א בעל הבית, וואס איז ארויסגעגאנגען זייער פרי צו דינגען ארבעטער פאר זיין וויינגארטן. 2 און נאך דעם ווי ער האט מסכים געווען מיט די ארבעטער פאר א דינר דעם טאג, האט ער זיי געשיקט אין זיין וויינגארטן אריין. 3 און ער איז ארויסגעגאנגען ארום דער דריטער שעה, און האט געזען אנדערע שטיין אויפן מארק ליידיק; 4 און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן! 5 און זיי זענען געגאנגען און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען ארום דער זעקסטער און ניינטער שעה, און האט דאס זעלביקע געטאן. 6 און ארום דער עלפטער שעה איז ער ארויסגעגאנגען, און האט געפונען אנדערע שטיין און זאגט צו זיי: וואס שטייט איר דא ליידיק דעם גאנצן טאג? 7 זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין. 8 און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע. 9 און עס זענען געקומען די, וואס זענען געדונגען געווארן ארום דער עלפטער שעה, און האבן באקומען יעדער איין דינר. 10 און ווען די ערשטע זענען געקומען, האבן זיי געמיינט, אז זיי וועלן באקומען מער; און זיי אליין האבן אויך באקומען יעדער איין דינר. 11 און ווען זיי האבן עס גענומען, האבן זיי געמורמלט אויף דעם בעל הבית, 12 אזוי צו זאגן: די דאזיקע לעצטע האבן געארבעט נאר איין שעה, און דו האסט זיי גלייך געשטעלט מיט אונדז, וואס האבן דערטראגן די לאסט און היץ פון דעם טאג. 13 ער אבער האט ענטפערנדיק צו איינעם פון זיי געזאגט: מיין פריינד, איך טו דיר נישט קיין עוולה. האסטו דען נישט איינגעשטימט מיט מיר פאר איין דינר? 14 נעם דאס דייניקע, און גיי; איך וויל אבער געבן דעם דאזיקן לעצטן אזויפיל וויפל דיר. 15 טאר איך דען נישט טאן מיט מיין אייגנס, וואס איך וויל? אדער איז דיין אויג שלעכט, ווייל איך בין גוט? 16 אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטעלעצטע.

Veja também