Pular para o conteúdo
Publicidade

מתתיהו 20

20 דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים. 21 און ער האט צו איר געזאגט: וואס באגערסטו? זאגט זי צו אים: זאג, אז די דאזיקע ביידע זין מיינע זאלן זיצן איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט אין דיין מלכות. 22 יהושע/ישוע האט אבער ענטפערנדיק געזאגט: איר ווייסט נישט, וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם כוס, וואס איך גיי טרינקען? זאגן זיי צו אים: מיר קענען! 23 זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט, און אויף מיין לינקער זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער.

Veja também