25 און יהושע/ישוע האט זיי צוגערופן, און געזאגט: איר ווייסט, אז די שרים פון די אומות (העולם) הערשן איבער זיי, און די גרויסע לייט טאן איבער זיי געוועלטיקן. 26 אזוי זאל עס נישט זיין צווישן אייך, נאר ווער צווישן אייך עס וועט וועלן זיין גרויס, דער זאל זיין אייער משרת;