1 און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית-פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים, 2 און געזאגט צו זיי: גייט אריין אין דעם דארף, וואס ליגט אנטקעגנאיבער אייך, און תיכף וועט איר געפינען אן אייזל אנגעבונדן, און א יונג אייזעלע ביי איר, בינדט זיי אויף, און ברענגט זיי צו מיר. 3 און אויב עמיצער וועט אייך עפעס זאגן, זאלט איר זאגן: דער האר דארף זיי האבן; און ער וועט זיי גלייך שיקן. 4 און דאס דאזיקע איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
5 זאגט דער טאכטער פון ציון:
זע, דיין מלך קומט צו דיר,
אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל,
און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל.
(ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)
6 און די תלמידים זענען געגאנגען, און האבן געטאן ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן, 7 און האבן געברענגט דאס אייזל מיט דעם אייזעלע, און אויף זיי ארויפגעלייגט די מלבושים; און ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף זיי. 8 און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער, 9 און זיי פאנאנדערגעלייגט אויפן וועג. און די המונים, וואס זענען געגאנגען פארויס פאר אים, און וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן געשריגן, אזוי צו זאגן:
הושענא לבן דוד!
געלויבט זאל זיין דער,
וואס קומט אין דעם נאמען פון דעם האר.
הושענא במרומים!
(תהלים קיח, כה-כו.)
10 און ווען ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים, איז די גאנצע שטאט אויפגערודערט געווארן, און געזאגט: ווער איז דאס דער דאזיקער? 11 די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.