Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 21

18 און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן. 19 און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן. 20 און ווען די תלמידים האבן עס געזען, האבן זיי זיך געוואונדערט, און געזאגט: ווי איז דער פייגנבוים אזוי פלוצלונג פארטריקנט געווארן! 21 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען. 22 און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.

Veja também