17 זאג זשע אונדז, וואס מיינסטו: מעג מען געבן דעם קיסר מס, אדער נישט? 18 יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס? 19 ווייזט מיר די מטבע פון מס! און זיי האבן אים געברענגט א דינר. 20 און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס בילד און די אויפשריפט? 21 זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳!
Publicidade