Pular para o conteúdo
Publicidade

מתתיהו 22

23 אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט, 24 אזוי צו זאגן: רבי, משה האט געזאגט: ווען עמיצער וועט שטארבן, נישט האבנדיק קיין קינדער, זאל זיין ברודער מיבם-זיין זיין ווייב, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. 25 און ביי אונדז זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט חתונה געהאט און איז געשטארבן, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין זאמען, האט ער איבערגעלאזט זיין ווייב צו זיין ברודער. 26 דעסגלייכן אויך דער אנדערער און דער דריטער, ביז צום זיבעטן. 27 צולעצט, נאך אלע, איז די פרוי געשטארבן. 28 דעריבער, ביי תחית המתים, וועמעס ווייב פון די זיבן וועט זי זיין? מחמת אלע האבן זי דאך געהאט. 29 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳. 30 מחמת ביי תחית המתים נישט מען האט חתונה, נישט מען מאכט חתונה, נאר מען איז ווי מלאכים אין הימל. 31 און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן: 32 איך בין דער ג-ט פון אברהם, און דער ג-ט פון יצחק, און דער ג-ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג-ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע. 33 און ווי די המונים מענטשן האבן דאס געהערט, האבן זיי געשטוינט איבער זיין תורה.

Veja também