9 דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען. 10 און דעמאלט וועלן א סך שטרויכלען, און פארראטן איינס דאס אנדערע, און זיך האסן איינס דאס אנדערע. 11 און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך.