31 ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד; 32 און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן. 33 און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער זייט. 34 דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן! 35 מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר געגעבן צו טרינקען; איך בין געווען אן אורח, און איר האט מיך אריינגענומען; 36 א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. 37 דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? 38 ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? 39 ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? 40 און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר! 41 דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים! 42 מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו טרינקען: 43 אן אורח בין איך געווען, און איר האט מיך נישט אריינגענומען; נאקעט, און איר האט מיך נישט באקליידט; קראנק און אין תפיסה, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר, 44 דאן וועלן אויך זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק אדער דורשטיק אדער אן אורח אדער נאקעט אדער קראנק אדער אין תפיסה, און האבן דיך נישט באדינט? 45 דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר! 46 און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.
Publicidade