Publicidade

Mateus 25

36 א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. 37 דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? 38 ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? 39 ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? 40 און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-