Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 26

1 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט אלע די דאזיקע ווערטער, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים: 2 איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. 3 דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא; 4 און זיי האבן זיך באראטן, כדי צו כאפן יהושען/ישוען מיט כיטרעקייט, און אים צו טייטן. 5 נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.

6 און בשעת יהושע/ישוע איז געווען אין בית-היני אין שמעון דעם מצורעדיקנס הויז, 7 איז צוגעקומען צו אים א פרוי, וואס האט געהאט אן אלאבאסטער פלאש מיט זייער טייערן זאלבאייל, און דעם האט זי אויסגעגאסן אויף זיין קאפ, ווען ער איז געזעסן צום טיש. 8 ווי אבער די תלמידים האבן עס געזען, זענען זיי געווארן בייז, און געזאגט: צו וואס דער דאזיקער שאדן? 9 מחמת דאס דאזיקע האט מען געקענט טייער פארקויפן, און עס געבן צו ארעמעלייט. 10 נאר יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און האט צו זיי געזאגט: וואס פארשאפט איר עגמת נפש דער פרוי? זי האט דאך מיר געטאן א טובה! 11 מחמת די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי אייך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל! 12 מחמת אויסגיסנדיק דעם דאזיקן זאלבאייל אויף מיין גוף, האט זי עס געטאן צו מיין קבורה. 13 באמת זאג איך אייך: וואו נאר די דאזיקע גוטע בשורה וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט מען אויך זאגן, וואס זי האט געטאן, איר לזכרון!

14 דעמאלט איז געגאנגען איינער פון די צוועלף, וואס האט געהייסן יהודה איש-קריות, צו די הויפט כהנים, 15 און האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער. 16 און פון דעמאלט אן האט ער געזוכט א גוטע געלעגנהייט, כדי ער זאל אים פארראטן.

17 און דעם ערשטן טאג פון חג המצות זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: וואו ווילסטו זאלן מיר צוגרייטן פאר דיר צו עסן דאס קרבן פסח? 18 און ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים. 19 און די תלמידים האבן געטאן, ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן; און צוגעגרייט דאס קרבן פסח. 20 און ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער זיך אנידערגעזעצט צום טיש מיט די צוועלף תלמידים. 21 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן! 22 און זיי זענען געווארן זייער טרויעריק, און האבן אנגעהויבן, איינער נאכן אנדערן, צו זאגן צו אים: האר, בין איך דאס? 23 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס טונקט איין די האנט מיט מיר אין דער קערה, דער דאזיקער וועט מיך פארראטן. 24 דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן. 25 און יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט ענטפערנדיק געזאגט: רבי, בין איך דאס? זאגט ער צו אים: דו האסט עס געזאגט! 26 און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף. 27 און ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון! 28 מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.

Veja também