36 דאן גייט יהושע/ישוע מיט זיי אויף אן ארט, וואס הייסט גת-שמני, און זאגט צו די תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל אהינגיין דארטן און תפילה טאן. 37 און ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט. 38 דעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר! 39 און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו! 40 און ער גייט צו צו די תלמידים, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: אזוי, איר האט נישט געקענט וואכן מיט מיר איין שעה? 41 האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך. 42 ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען! 43 און ער איז געקומען און האט זיי ווידער געפונען שלאפן; מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער. 44 און ער האט זיי איבערגעלאזט, איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן צום דריטן מאל, זאגנדיק נאכאמאל די זעלביקע ווערטער. 45 דאן גייט ער צו צו די תלמידים, און זאגט צו זיי: איר שלאפט נאך אלץ, און רוט? זע, די שעה האט זיך דערנענטערט, און דער בר אנש ווערט פארראטן אין די הענט פון חוטאים! 46 שטייט אויף, לאמיר גיין! זע, דער וואס פארראט מיך איז נאענט!