Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 3

1 אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן: 2 טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט. 3 מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן:

א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר:

מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג-ט),

מאכט גלייך זיינע שטעגן!

(ישעיהו מ, ג.)

4 און יוחנן אליין האט געהאט א מלבוש פון קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן; און זיין שפייז איז געווען היישעריקן און ווילדער האניק. 5 דעמאלט איז צו אים ארויסגעגאנגען ירושלים, און גאנץ יהודה, און די גאנצע אומגעגנט פון ירדן; 6 און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד.

Veja também