Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 4

1 דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון. 2 און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן. 3 און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט! 4 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:

נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,

נאר פון יעדן ווארט,

וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.

(דברים ח, ג.)

5 דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש, 6 און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן:

זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר,

און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן,

טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין.

(תהלים צא, יא.)

7 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג-ט. 8 נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט; 9 און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר. 10 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג-ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען! 11 דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.

Veja também