Pular para o conteúdo
Publicidade

מתתיהו 4

18 און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט. 19 און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן! 20 און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט. 21 און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן. 22 און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט.

Veja também