3 וואויל איז די ארעמע אין גייסט;
ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
4 וואויל איז די טרויערנדיקע;
ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
5 וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין;
ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
6 וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
7 וואויל איז די בעלי רחמים;
ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט.
8 וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
ווייל זיי וועלן זען ה׳.
9 וואויל איז די, וואס מאכן שלום;
ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
10 וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט;
ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.
11 וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר. 12 פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.