Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 5

43 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא; 44 איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך; 45 כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים. 46 מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע? 47 און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע? 48 דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.

Veja também