25 דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג? 26 קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי? 27 און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
Publicidade
Publicidade