25 דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג? 26 קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי? 27 און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס? 28 און פארוואס זארגט איר זיך וועגן א מלבוש? לערנט זיך אראפ פון די ליליעס פון פעלד, ווי זיי וואקסן; זיי ארבעטן נישט און שפינען נישט; 29 איך זאג אייך אבער, אז שלמה מיט זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אזוי אנגעטאן, ווי איינע פון די דאזיקע. 30 און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע? 31 דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן? 32 מחמת די אומות (העולם) זוכן דאס אלץ; יא, אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר נויטיקט זיך אין דעם אלעם. 33 זוכט אבער צום אלעמערשטן זיין מלכות, און זיין גערעכטיקייט; און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן. 34 זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז.