28 און פארוואס זארגט איר זיך וועגן א מלבוש? לערנט זיך אראפ פון די ליליעס פון פעלד, ווי זיי וואקסן; זיי ארבעטן נישט און שפינען נישט; 29 איך זאג אייך אבער, אז שלמה מיט זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אזוי אנגעטאן, ווי איינע פון די דאזיקע. 30 און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע?