9 דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן:
אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל,
געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען.
10 זאל דיין מלכות קומען.
זאל דיין רצון געשען,
ווי אין הימל, אזוי אויך אויף דער ערד.
11 אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט.
12 און פארגיב אונדז אונדזערע חובות,
ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
13 און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון,
נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס
(מחמת דיין איז דאס מלכות,
און די מאכט, און די הערלעכקייט,
אויף אייביק! אמן.)