2 און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן. 3 און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת. 4 און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!