Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 8

23 און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. 24 און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן. 25 און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום! 26 און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. 27 און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים?

Veja também