Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 8

28 און ווען ער איז געקומען אויף יענער זייט ים אין דעם לאנד פון די גדריים, זענען אים אנטקעגנגעלאפן צוויי באזעסענע, וואס זענען ארויסגעקומען אויס די קברים, זייער געפערלעכע, אז קיינער האט נישט געקענט פארבייגיין דורך יענעם וועג. 29 און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט? 30 און פונדערווייטנס פון זיי האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. 31 און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים! 32 און ער האט צו זיי געזאגט: גייט! און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אוועק אין די חזירים אריין; און זע, די גאנצע סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דער משופעדיקייט אין ים אריין, און זענען אומגעקומען אין די וואסערן. 33 די פאסטוכער אבער זענען אנטלאפן, און זענען אריין אין שטאט, און האבן אלץ דערציילט, און וואס (עס האט פאסירט) מיט די באזעסענע. 34 און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען; און דערזעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול.

Veja também