5 און ווי ער איז אריינגעקומען קיין כפר-נחום, איז געקומען צו אים אן אפיציר, און האט אים געבעטן, 6 און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים. 7 און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן. 8 דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן. 9 מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס. 10 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען. 11 און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים. 12 די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינצטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין. 13 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.