Pular para o conteúdo
Publicidade

Mateus 9

2 און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 3 און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט. 4 און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער? 5 מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? 6 נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינדזאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטןשטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! 7 און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק אהיים.

Veja também