Pular para o conteúdo
Publicidade

רוימער בריוו 13

1 זאל יעדער איינער זיך אונטערטעניקן צו די העכערע ממשלות, ווארום עס איז נישטא קיין ממשלה, אחוץ פון ה׳, און די עקזיסטירנדיקע ממשלות זענען באשטימט געווארן פון ה׳. 2 בכן, דער, וואס שטעלט זיך קעגן דער מאכט, דער שטעלט זיך אנטקעגן ה׳ס ארדנונג; און די מורדים, וועלן איבער זיך באקומען א משפט. 3 ווארום די מושלים זענען נישט קיין שרעק פאר דעם, וואס טוט גוטס, נאר פאר דעם, וואס טוט שלעכטס. ווילסטו אבער נישט מורא האבן פאר דער מאכט? דאן טו דאס גוטע, און דו וועסט האבן פון איר א לויב; 4 ווארום זי איז ה׳ס דינערין פאר דיינעטוועגן צום גוטן. ווען אבער דו טוסט דאס שלעכטע, דאן האב מורא; ווארום נישט אומזיסט טראגט זי די שווערד; ווארום זי איז ה׳ס דינערין אויסצופירן צארן (שטראף) אויף דעם, וואס טוט שלעכטס. 5 דערפאר מוז מען זיך אונטערטעניקן, נישט נאר צוליב דעם צארן, נאר אויך צוליב דעם געוויסן. 6 ווארום דערפאר צאלט איר אויך שטייערן, ווייל זיי (די מאכטהאבער) זענען ה׳ס משרתים און פארנעמען זיך מיט דער דאזיקער זאך. 7 גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט.

Veja também